Rav Meshilem Feish Lowy, Grand Rabbi of Tosh (1821 - 1873)

‹ Back to Lowy surname

View Rav Meshilem Feish Lowy, Grand Rabbi of Tosh's complete profile:

  • See if you are related to Rav Meshilem Feish Lowy, Grand Rabbi of Tosh
  • Request to view Rav Meshilem Feish Lowy, Grand Rabbi of Tosh's family tree

Share

Nicknames: "R' Mshilom Fayish Lowy"
Birthdate:
Birthplace: Tosh - Hungary
Death: Died in Tosh - Hungary
Managed by: Moshe Kraus
Last Updated:
view all

Immediate Family

About Rav Meshilem Feish Lowy, Grand Rabbi of Tosh

תולדות הרה"ק רבי משולם פייש סג"ל לאוי זי"ע אבדק"ק טאהש – כ"ח סיון תרל"ג

  • ואלה תולדות

הרה"ק רבי משולם פייש סג"ל לאווי זצוק"ל זיעועכ"י אבדקק טאהש יצ"ו, נולד לערף בשנת תקע"ו לפ"ק לאביו הרה"ק רבי מרדכי זצ"ל, כתב יחוס שלהם היה עולה ומשגשג עד רש"י הק' ולמעלה בקודש עד דוד המלך ע"ה, עד שפקד את נכדו הראשון ה"ה הרה"ק ר' חיים שלמהה בעל שמועה טובה מסקאסאני זצ"ל, לקראו על שמו של רש"י הק'. בנעוריו נתיתם מאת אביו, הלך לנדוד למקום תורה בישיבות הגדולות באונגארין, ומעשה נורא מסופר שבעת הפרדו מאמו הלכה ללותו על מחות לעיר, ובעת הדברי פרידה אמרה לו תילך להתגדל בתורה ועבודה וכשאסתלק מן העולם ותשמע מהסתלקותו תאמר קדיש.

  • רבותיו

בחלה למד בישיבתו של הגאון הקדוש בעל הפני יצק אב"ד קליינוואריין, שם הקשיע כל עצמותו בתורת ה' והפליא כל רואיו בגודל התמדתו בתוה"ק, בהיותו דבוק בה בדביקות עצומה בלב אש ביגיעה ובעמקות. משם נסע לקבל לקח מפי הגאון הקדוש אב"ד טאקאיף בעל אמרי דוד שהיה מתלמידי מרן החתם סופר שלמד אצלו משך כמה שנים, רבו זה חיבבו עד למאוד והעיד עליו גדולות ונצורות, ובספר אמרי דוד על התורה נדפס ההספד שאמר על רבי משולם פייש (כי נפטר בצעירותו ורבו היה עוד בחיים חיותו) וז"ל שם: "נפטר בחולי זה הרב הגול אבד"ק טאהש, אשר הרביץ יראה בישראל, כמה מאות שהכניס תחת כניפ השכינה כמה מאות זהחיזק בעבודת ה, ואני יכול הלעיד עליו, כי היה תלמידי שלמד אצלי ארבעה שנים, ומעולם לא ראיתי אצל בחור בשנים התהלבות יראה כמו שראיתי אצלו, ועתה אבדנו אותו". בסופה"ק שמעוה טובה להרה"ק ר' חיים שלמה מקאסאני זצ"ל הקדמה מספר בן המחבר כי אחר אשר רבינו ר' משולם פייש נעשה לרבי ומנהיג הדור היה רבו הגאון בעל אמרי דוד רגיל לומר לתלמידיו בזה"ל: "ראו נא איך אפשר על ידי לימוד תורה לשמה להגיע למדריגת רוח הקדוש, כאשר זכה תלמידי הגאון צהדיק מטאהש", ע"כ. שוב הלך למקום תורה ביני עומדי דגירסא אצל הגאון הרקדוש רבי אברם שאג זצ"ל, בעל ברכת אברהם, שהיה מתלמידי מרן החתם סופר זי"ע, שוב נסע לעיר אונגוואר תחת חסותו של הגאן הקוש בעל מהר"םפ א"ש, ז"ל, ונתגדל לאילנא רברבי ויצא שמו לתהילה כעילוי גדול בנגלה ובנסתר.

  • בצל צדיקי הדור

בימי נעוריו הלך לבקש רבי, שיורהו איזה דרך ישכון אור, וינהם הגיע אל הרה"Eב על ישמח משה זי"ע, בעת שעמד ודרש לפני העם, והרה"ק מטאהש זי"ע הרגיש ששם מצא את אשר ביקש, על על השלחן וצעק בקול רם "דאס איז דאס, דאס האב איך געזוכט", כה עמד וחזר עכל דברך משך עשרה מינוטין, וכשרצו להפסיקו מצעקתו הזהיר הישמח משה שלא יפריעו אותו, גם אחרי פטירתו נהג ליסע בכל שנה לאוהעל להשתטח על צינו הק' של הישמח משה ביומא דהילולא שלו. גם נסע אל הרה"ק מצאנז זי"ע, ומסופר שכאשר הגיע להרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, ונתן שלום להדברי חיים אחז הדברי חיים בידיו הקדושים וצעק: אוי דאס אי הייליגע הענטלעך, זאגט מיר פון ווי איר זענט, השיב שעיר מולדתו הוא ביאזעפס דארף בדמינת בעהמען, אמר הדברי חייפ בעהמען איסט איין אב הטומאה, יאזעפס דאר, איז איין אבי אבות הטומאה, פון ווי נעמט זיך דארט אזעלכע הייליכע הענטלעך אהער, ענה הרה"ק "די מאמע וואר איין ערליכע יודענע", וכל מה שזכה היא בזכות אמו הצדיקת. גם נסע אל הרה"ק מהרי"א מזידיטשוב זי"ע, הרה"ק מליסקא זי"ע, ואל הרה"ק רבי דוד מדינוב זי" ושם נתקרב ביותר ונשאר אצל הרה"ק מדינוב קשור בלב ונפש וקיבלו כרבו מובהק, ומסופר שהיה נוסע בקביעות להסתופף בצמל רבו הרה"ק מדינוב זי"ע על חג הסוכות, ורבו הק' סיכך סוכתו עמון ביחד, באומר, "מיין נוי סוכה איז שוין, קענען מיר שוין גיין דעקן די סוכה", פעם נתאחר לבוא ולא סיכך הרה"ק ר' דוד סוכתו עדיין, כי המתין על הרה"ק מטאהש, אך כשהתחילו צללי ערב לנטות ועדיין לא הגיע, בקשו אנשי ביתו את הרה"ק רבי דוד שיסכך סוכתו כי הזמן גרמא, השיב בזה"ל: "האיך אוכל לסכך סוכתי, מיין נוי סוכה איז דאך נאך נישט דא". (עבודת עבודה) ומסופר שכשהיה הרה"ק ר' דוד מדינוב זי"ע, אצל הרה"ק בעלך דברי חיים בצאנז זי"ע, שאלו הרה"ק מצאנז אם הרבה חסידים נוסעים אליו, השיב לו הרה"ק מדינוב זי"ע, יש לי חסיד אחד הרה"ק ר' משולם פייש מטאהש השקול כנגד הרבה חסידים". (פאר משולם)

  • האיש מקדש

אחר זמן מה נתקרב להחסידים של חבורת אשוואר הידוע, עד שאחד מבני החבורה הרה"ק ר' ישעי' דוד זצ"ל לקחו לחתן לבתו, ומוספר שלפני השידוך הלך אל הרה"ק מהרי"א מקאמרנא להתייעץ בענןי השידוף והרהון"ק מאקמארנא זי"ע, הפליא מאוד את הבחור וביקש שבעת החתונה יודיעהו ורוצה להשתתף אישית בסעודת החתונה, ואכן קיים הבטחתו והשתתף בסעודות החתונה של הרה"ק מטאהש, וכאשר החתן אמר הדרשה כנהוג, התחילו בחורים אחרים לפלפל עמו, וכאשר רצו הכונה סתור אתד בריו, עמד הרה"ק מקארנא ואמר: "החתן הזה לומד תורה לשמה, וחילהל להרהר אחר דברי תורתו". (פאר משולם) חותנו היה איש אמוד ועישר והבטיח לו קעסט כמה שנים, אבל באחד היהמים ירד מנכסיו ונשאר בערום ובחסור כל, ומני אז היה חי בדחקות הנוראה ועבד את בוראו מתוך חיי צער ועוני, בזמן קצר אח"ז מנתקבל ברוב אהבה וחיבה למלא משראת הרבנות בעיר טאהש והגלילות, ושם המשיך דרכו בלימוד התורה בהתמדה עצומה ובעבודת הקודש ונהרו אלפי החסידים לקראתו, וכל מיות החול לא דיבר עם איש ולא ראו את עבודתו כל כך, כי היה סוגר ומסוגר מחמת גודך דביקותו בתורה, רק בשבת קודש היתה עבודתו וקדשוו באתגליא, כאשר זכו לחזות בנועם התפליו ועריכת השלחנות, ושמעו אמרותיו הטהורים כי נעמו.

  • עבודתו הק'

עבודתו הק' היתה בלב אש ובמסירות נפש ממש, והיה מתענה משבת לשבת ומנהג זה היתה לו כבר בימי בחרותו בעת שלמד אצל רבו הפני יצחק.

  • * *

הרה"ק רבי משולם פייש השרף מטאהש זי"ע הרה"ק רבי משולם פייש השרף מטאהש זי"ע, איז געבוירן געווארן אין יאהר תקע"ו, ער האט אלץ יונגער בחור געלערנט תורה פון די גדולי תלמידי החתם סופר, וועלכע האבן אלע עדות געזאגט אז ער האט דורך זיין תורה לשמה לערנען זוכה געווען צו מדריגות גבוהות עד להפליא. דערנאך האט ער געלערנט דעם דרך החסידות פון די צדיקי הדור וועלכע האבן אלע מעיד געווען בגדלותו וקדושתו עד להפליא ווי הגה"ק בעל זוהר חי מקאמארנא און הגה"ק רבי דוד מדינוב זי"ע, ווי אויך האט ער זיך מסתופף געווען בצילם פון די קדושים דער ישמח משה, דער דברי חיים, און נאך מגדולי צדיקי דורו.

רבי משולם פייש האט געהאט א הערליכן יחוס בריוו ביז רש"י הקדוש ולמעלה בקודש ביז דוד המלך ע"ה, און איז אויך געווען מגזע התוספות יו"ט ז"ל.

זייענדיג אלץ אב"ד ור"מ דק"ק טאהש והגלילות איז ער נתפרסם געווארן אלץ א רב רבנן מגדולי צדיקי דורו. זיין עבודה איז געווען מיט א פלאם פייער און מורא'דיגע התלהבות, ער האט געפלאקערט פארן אויבערשטן, פיל פון צדיקי דורו פלעגן פארן צו איהם זיך מסתופף זיין בצילו, און זיי פלעגן מפליג זיין בשבחו אז זיין עבודה איז געווען אש שלהבת ובפרט אין שב"ק.

צוישן די וואס זענען געפארן צו רבי משולם פייש ציילן זיך אזעלכע לייבן ווי ווי דער אמרי יוסף מספינקא, אך פרי תבואה מליסקא, רבי הירצקא מראצפערט, דאראגער רב, קאפאשער רב, קאלבאסובער רב בשליחות אביו הייטב לב מסיגוט, גארליצער רב בשליחות אביו הדברי חיים מצאנז, ראסלאוויצער רב, קראסנא רב, וכו'.

זיין אש להבה'דיגע עבודה אום שב"ק רבי משולם פייש האט גע'שמ'ט מיט זיין פלאם פייערדיגע עבודה וואס איז געווען מיט מסירות נפש למעלה משכל אנושי, און צדיקים פון זיין דור האבן זיך אויף איהם אויסגעדריקט ער איז ווי א קעסל וואס שטייט אויפן פייער און עס זידט שטענדיג!

עס האט פארציילט הרה"ח ר' יחזקאל פריעדמאן ע"ה, ער איז אלץ בחור נאך געפארן איין טאהש צום שרף הרה"ק רבי משולם פייש זי"ע. אמאל ווען ער איז געווען א יו"ט "שבועות" בצילא דמהימנותא אין טאהש ביים שרף, איז ער שבועות אינדערפרי געשטאנען אין פאליש פון ביהמ"ד ווען דער שרף זי"ע איז געקומן פון די מקוה, מהרמ"פ האט זיך געוואשן די הענט, נאכן וואשן די הענט האט ער גענומען וואסער זיך אפצוואשן דעם הייליג פנים, דאס פנים האט איהם געפלאמט פון זיין הייליגע עבודה, און די וואסער האט זיך איינגעזאפט אויפן פנים ווי ווען מען גיסט דאס אויס אויף א הייסע בלעך, אזוי האט ער געטוהן עטליכע מאהל, און דער ר' יחזקאל מיט א חבר זענען געשטאנען אין די זייט מיט א פחד, נאכדעם האט ער זיך אויסגעדרייט צו זיי זאגענדיג "קינדערלעך זיסע, וואס ווייסט איר וואס עס טוט זיך יעצט אין הימעל", און ער איז אריין צו זיך אין שטוב.

כאטש רבי משולם פייש האט געזיכט צו באהאלטן זיין גרויסקייט דאך איז געווען תורתו מכרזת עליו, זיין צדקות און קדושה איז גאר שנעל נתפרסם געווארן, און דאס שטעטל טאהש איז געווארן א תל תלפיות שהכל פונין אליה, פון גאנצן לאנד איז מען געקומען צו פארן זיך מסתופף זיין בצל קדשו, נאך ברכות און ישועות.

אויב א גאנצע וואך איז זיין פייערדיגע עבודה געווען מורא'דיג, איז דאס נאך פיל פאכיג געווען ווען עס איז געקומען דער הייליגער שבת, ווען ער איז ממש געווען איין שטיק פייער פון קדושת השבת, און ער איז געווען מיט א קאפ העכער ווי א גאנצע וואך.

צווישן די גדולים און צדיקים וואס זענען אסאך געפארן קיין טאהש צום שרף זי"ע, איז געווען הרה"ק ר' הירצקא'לע מ'ראצפערט זי"ע וועלכער פלעגט צו פארן קיין טאהש אויף יעדן שבת מברכים. רבי הירצקא'לע זי"ע פלעגט זאגן: "שבת האב איך דעם רבי'ן נישט דערקענט, ער איז געווען א פלאם פייער". דאס זעלבע האבן אויך דערציילט נאך גאונים וצדיקים וואס זענען געפארן קיין טאהש.

די חסידים פלעגן דערציילן: דאנערשטאג נאכמיטאג פלעגט רבי משולם פייש פלוצים צומאכן די גמרא, ארויסגיין אין הויף דארט שפאצירן, און זאגן: "איך פיל שוין די קדושה פון די שבת'דיגע לופט וואס האלט ביים אראפקומען אויף די וועלט! זי האט גאר א גוטן הייליגן געפיל, האב איך געמוזט צומאכן די גמרא ארויסגיין אין הויף אנשעפן פון די פרישע הייליגע שבת'דיגע לופט כדי צו קענען לערנען ווייטער מיט די קדושה פון שבת. און אזוי ארום קענען מקבל שבת זיין מיט קדושה וטהרה.

אויף יעדן שבת זענען גקומען צו פארן צום רבי'ן רבי משולם פייש א גרויסער עולם צו וויילן במחיצתו אנווארימען ביי די הייליגע תפלות און ליכטיגע טישן, און זיך אנזאפן מיט חיות והשפעות דקדושה, אמווייניגסטענס זענען געווען זעכציג פערשוין (געסט) אויף יעדן שבת.

זיין זוהן דער הרה"ק רבי אלימלך מטאהש זי"ע האט דערציילט פון די פלאם פייער און קדושת השבת פון זיין הייליגן טאטן דער שרף אין שבת קודש, אז א אמאל האט א איד אנגערירט שב"ק זיין פאטשיילע, האט ער זיך אפגעבריהט דערפון, און עס האט איהם געבריט כל ימיו.

רבי משולם פייש פלעגט זאגן בלש"ק: "פרייטאג צו נאכטס טו איך א טובה פאר א איד".

אין טאהש האט געוואוינט א איד, ער האט געהייסן הר"ר אברהם, וואס ער האט דאס אליין בייגעוואוינט, אמאל אין די וואכענטעג ווען ער איז געגאנגן אין מקוה זיך טובל'ן, איז פלוצים אנגעקומען דער שרף אין מקוה, האט ר' אברהם געווארט אינדרויסן ווארטענדיג ביז דער רבי וועט ארויס קומען דאן וועט ער אריין גיין. אזוי שטייענדיג אינדרויסן הערט ער דעם רבינ'ס טריט ווי ער גייט אריין אין וואסער און טובל'ט זיך, פלוצים הערט ער ווי דער רבי - רבי משולם פייש רופט אויס הויך: —ר' בעריש!! ר' בעריש!! פארוואס קומסטו יעצט, כ'האב דיר דאך שוין געזאגט אז די ווילסט איך זאל די א טובה טוהן, קום צו מיר שבת, נישט אין די וואכנטעג". ווען דער ר' אברהם האט געהערט דעם רבי'נס ווערטער ווי ער רעדט צו א נשמה פון עולם העליון, האט איהם געכאפט א פחד און א ציטערניש, און ער האט זיך געכאפט די וועש און אהיים געלאפן..

עס איז געווען דעם אנדערן שבת, פרייטאג צו נאכטס ביים טיש, פלעגט רבי משולם פייש זינגען און טאנצן לכבוד שבת מיט א מורא'דיגע התלהבות, דאן פלעגט ער זיך צוריק זעצן צום טיש און מען פלעגט שטעלן וויין און וואונטשן לחיים, יענע וואָך נאך די אויבנדערמאנטע מעשה ווען דער רבי האט זיך צוריק געזעצט צום טיש, האט ער אויסגערופן צום משב"ק ר' דוד "שטעל וויין צום טיש פאר ר' בעריש קאריסער", דער משב"ק איז געבליבן שטיין פארווינדערט, דער ר' בעריש איז דאך שוין א שטיק צייט בעולם העליון, ער האט נישט געוויסט וואס צו טוהן, דאן האט רבי משולם פייש נאכמאל זיך געווענעדט צו איהם " איך הייס דיר שטעלן וויין פאר ר' בעריש קאריסער", ווען ר' דוד האט געהערט די קלארע רייד האט ער שוין פארשטאנען אז יש דברים בגו, און ער האט באלד געשטעלט וויין פאר ר' בעריש, דאן האט רבי משולם פייש זיך גענומען רעדן פון ר' בעריש'ן זאגענדיג "ער איז געווען אן עהרליכער און א לב טוב, ער האט שטענדיג געטוהן חסד מיט יעדן, איי ער איז נישט געקומען צו אונז ביים לעבן, נו ער איז דאך געווען אזוי פארנומען מיט זיינע געשעפטן, איז איהם שווער געווען דאס קומען, און איך האב איהם דאך שוין צגעזאגט אינמיטן די וואך א טובה צו טוהן, וועל איך דאס איינהאלטן".

ר' אברהם וועלכער איז אנוועזענד געווען בשעת רבי משולם פייש איז געווען אין די מקוה האט באלד גע'חלש'ט, ווען די חסידים האבן איהם דערמונטערט, האט ער דערציילט פארן עולם וואס ער האט געהערט פון רבי'ן אין די מקוה, דאן האט רבי משולם פייש ממשיך געווען דעם טיש און ווייטער געטאנצן מיט התלהבות און שמחה פון קדושת שבת.

גודר גדר ועומד בפרץ בראש הלוחמים קעגן די משכילים צווישן די פולע טעטיגקייטן לחיזוק הדת פון שרף רבי משולם פייש זי"ע איז געווען אויך וואס ער האט אויפגעטוהן בשעת די היסטארישע טיילונג אין אונגארן. ווען עס איז מקויים געווארן ביי איהם "וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך" אז אפילו נישט אידן האבן אייך איינגעזעהן די גרויסקייט פון דעם צדיק.

ווי באוויסט איז אין שנת תרכ"ט פארגעקומען אין אונגארן א גרויסע מחלוקת לשם שמים צווישן די יראי ה' די צדיקים און עהרליכע אידן און להבדיל די משכילים די פארגעשריטענע און רעפארמירטע אידן וואס האבן ל"ע געוואלט אויסרייסן דאס אידישקייט אין לאנד, מיט זייער שיטה אז אידן דארפן זיין גלייך מיט די גויים, און זיי האבן זיך אלץ מער און מער אריינגעריסן אין די אידישע קהלות. דאן האבן ביידע סיי די עהרליכע אידן און סיי להבדיל די משכילים אריינגעלייגט פיל מיה און השתדלות צו איבערצייגן די רעגירונג זאל זיך שטעלן אויף זייער זייט, האט די רעגירונג דאן באשטימט אז מען זאל מאכן אזא "אידישע דעלעגאציע" פונעם אידנטוהם פון גאנצן לאנד, און די זאלן ערשיינען פאר די רעגירונג - קאנגרעס וועלכע וועלן אויסהערן ביידע צדדים און באשטימען ווער עס זאל האבן א כח און א ווארט איבער דאס אידישקייט אינם לאנד. די דעפוטאטן צו די דעלעגאציע האט מען באשטימט דורך וואלן, אין וועלכע דער אידן פון יעדע גובערניע-געגענט האבן אויסגעוועהלט דעפוטאטן. אין די וואלן זענען געלאפן —ווי פארשטענדליך — די מאדערנע משכילים און פרייע אידן, קעגן די עהרליכע יראי ה', און דער רבי האט דאן איינגעלייגט וועלטן און געטוהן פיל השתדלות אז עס זאלן אויסגעוועלט ווערן צו די דעלעגאציע דוקא די עהרליכע דעלגאטן, כדי זיי זאלן ערשיינען פארן קאנגרעס און קענען אויספירן די שטרעבונג פון עהרליכע אידן צו קענען ווייטער גיין בדרך ישראל סבא אומגעשטערט פון די בייזע פרייהייט ווינטן וואס האבן דאן געבלאזן אין גאנצן לאנד. קעגן דעם איז געווען אסאך גבירים גרויסע עשירים משכילים, וועלכע האבן געוואוינט אין קליינווארדיין וואס איז אין געגענט פון טאהש, און זיי האבן פרובירט מיט אלע מיטלען צו שתדל'ן אז עס זאלן אריינגיין די פרייע דעלעגאטן. דער פריץ פון די נירעדהאז'ער געגענט איז געווען א אנגעזעהענער פריץ וועלכער איז אויך געווען א מיטגליד פון דעם פארלאמענט אין בודאפעסט, וואס מיט דעם וואלט געווען א גרויסער אויפטוה פאר די עהרליכע אידן ווען מען זאל קענען איהם איבערצייגן אויף זייער זייט. איז דאן דער רבי זי"ע אליין אראפגעפארן צו דעם פריץ אויף א וויזיט איהם צו איבערצייגן אין די וויכטיגקייט אז די ארטאדאקסישע אידן וואס ווילן נישט מער ווי מען זאל זיי לאזן במנוחה גיין ווייטער אויף דעם עהרליכן אויסגעטרעטענעם וועג פון אונזערע זיידעס און פריערדיגע צדיקים זאלן אויסגעוועלט ווערן צו די דעלעגאציע. ווען דער רבי איז אריינגעקומען צום פריץ אין זיין סאלאן, איז ער געזיצן דאן צוזאמען מיט נאך אנדערע אנגעזעהנע רעגירונגס-מענער און פריצים, וועלכע זענען אלע טיף באאיינדרוקט געווארן פונם רבינ'ס הייליגע צורה, און איהם מכבד געווען זיצן אויף א שטוהל און פאָרלייגן וואס ער האט צו זאגן. דער רבי האט זיי דאן מסביר געווען דעם גאנצן ענין, און אז דער ציל פון די משכילים איז אינטערצוברעכן דעם אריגינאלן אידישקייט פון טויזענטער יאהרן, און ער האט ארום גערעדט מיט א קלארקייט און ברייטקייט אינם גאנצן ענין פון די יסודות אין אידישקייט בכלל און די יעצטיגע מחלוקת בפרט, אז וואס אנבאלאנגט דאס אידישע גלויבן איז דרינגענד מען זאל אויסוועהלן צו די דעלעגאציע אויסשליסליך נאר די ארטאדקאסישע ערליכע דעפוטאטן און נישט פון די פארגעשריטענע משכילים. די פריצים זענען אלע געזיצן מיט אפענע מיילער אינגאנצן באגייסטערט פונם רבינ'ס רייד. דער שמועס איז אריבער פון איין ענין צו אנדערן, און זיי האבן זיך נישט געקענט גענונג אפוואונדערן פון די הייליגע חכמה און ג-טליכקייט וואס האט ארויסגעשיינט פון יעדן ווארט פון דעם צדיק.

ווען רבי משולם פייש איז ארויס האט זיך דער פריץ אנגערופן צו די חברים פול מיט באגייסטערונג: —דער ראבינער איז דאך עפעס א וואונדערליכער קלוגער מאן, ער איז טיף באהאווענט אויך אין פאליטישע אנגעלעגנהייטן, און האט א זעלטענעם פארשטאנד, איך האב שוין גערעדט און פארברענגט מיט אסאך גרויסע פאליטישע הערן, אבער אזא חכם ווי דער אידישער ראבינער האב איך נאך נישט באגעגנט! מיין מיינונג איז —האט ער אויסגעפירט — אז ער וואלט געווען דער פאסיגטסער קאנדידאט פאר איינער פון די דעלעגאטן פון אונזער געגענט זיך צו שטעלן פארן קאנגרעס —אלע אנוועזענדע האבן איהם געגעבן גערעכט.

דער פריץ האט באלד ארויסגעגעבן א באפעל אז אלע אידן פון זיין געגענט זאלן אויסוועהלן דעם רבי'ן אלץ זייער דעלעגאט צום קאנגרעס.

רבי משולם פייש איז טאקע אריינגעוועלט געווארן, און ער האט דאס אויסגעניצט —צוזאמען מיט די אנדערע צדיקים און עהרליכע רבנים פון גאנצן לאנד —צו לוחם זיין מלחמת ה' ברמה קעגן די משכילים, און אזוי האבן זיי צוריק געשטעלט דאס אידישקייט אין אונגארן אויף איר שטאנד מיטן מאכן דעם היסטארישן טיילונג, אין וועלכן די ארטאדאקסישע קהלות האבן זיך עמטליך אָפגעטיילט פון די רעפארמער און משכילים, און אזוי האט דאס אידישקייט ווייטער געבליט לשם ולתפארת. אינ'ם זכות פון רבי'ן צוזאמען מיט די אנדערע צדיקים זי"ע ועכ"י.

אויף די קול קורא'ס פון די רבנים אין יענע צייט, געפינט מען אויך די חתימת יד קדשו פון רבי משולם פייש צווישן די אנדערע גדולי התורה און צדיקי הדור שטייט דארט אינטער געשריבן "הק' פייש סג"ל, אב"ד טאָש, יצ"ו".

רבי משולם פייש האט אויף זיך מקבל געווען נסתלק צו ווערן יונגערהייט, וויבאלד ער האט מיט דעם אפגעשטעלט א מגיפה פון כלל ישראל וואס האט דאן געבויזשעוועט, און איז טאקע דאן נסתלק געווארן כ"ח סיון תרל"ג, במסירות נפשו הטהורה פארן כלל ישראל.

זכתו יגן עלינו

http://66.199.166.105/forum/viewtopic.php?f=31&t=4886

The Tasher Hasidic Dynasty

Tosh (also Tash; Hebrew/Yiddish: טאהש) is a Hasidic dynasty originating in Nyirtass, Hungary. Today it is based in Kiryas Tosh, Quebec, Canada, outside of Boisbriand, a suburb of Montreal. In the United States, Tosher Hasidim have synagogues in Boro Park, Williamsburg, Brooklyn, Kiryas Joel, and Monsey, as well as in Montreal, Canada, and London England. Tosh is one of the large Chassidic groups in the world.

Lineage of the Tosh Dynasty

The first Tosher Rebbe was Grand Rabbi Meshulam Feish Segal-Loewy, a disciple of Rabbi Yitschok Ayzik of Komarno, author of Heichal HaBrocho. Rabbi Yitschok Ayzik was a disciple of Rabbi Tzvi Hirsh of Zidichov, a disciple of the Chozeh of Lublin. The Chozeh was a disciple of Rebbe Elimelech Lipman of Lizhensk, author of Noam Elimelech. The Rebbe Elimelech was a disciple of the Rebbe Dovber, the Maggid (Preacher) of Mezeritch, the primary disciple of the Baal Shem Tov, the founder of Hasidism.

  • Grand Rabbi Meshulam Feish Segal-Loewy of Tosh - disciple of the Heichal HaBrocho.
        o Grand Rabbi Elimelech Segal-Loewy of Tosh - son of Rebbe Meshulam Feish.
              + Grand Rabbi Mordechai Segal-Loewy of Demecser - son of Rebbe Elimelech of Tosh.
                    # Grand Rabbi Meshulam Feish Segal-Loewy (Lowy) of Tosh - present Grand Rebbe of Tosh - son of Rebbe Mordechai of Demetsche.
view all

Rav Meshilem Lowy, Grand Rabbi of Tosh's Timeline