Yitzchok Mordechai Shapira (Gvodzitz) (1867 - 1930)

public profile

View Yitzchok Mordechai Shapira (Gvodzitz)'s complete profile:

  • See if you are related to Yitzchok Mordechai Shapira (Gvodzitz)
  • Request to view Yitzchok Mordechai Shapira (Gvodzitz)'s family tree

Share

Birthdate:
Death: Died
Managed by: Mordechai Yosef Snider
Last Updated:

About Yitzchok Mordechai Shapira (Gvodzitz)

רבי יצחק מרדכי שפירא זצ"ל (מנחם אב ה'תרכ"ז - ג' תמוז ה'תר"ץ), מגוואדזשיץ.

רבי יצחק מרדכי איז געבוירן אין סאדיגורא אין חודש מנחם אב ה'תרכ"ז, צו זיין פאטער הרב אבי עזרא זעליג שפירא פון מאגלניצא, א זון פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא, פון מאגלניצא, באקאנט אלס "דער שרף", א זון פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא, פון גרעניץ, אן איידעם פון קאזשניצער מגיד. און צו זיין מוטער מרת הדסה פייגא ( - י"א תשרי ה'תרצ"ב), א טאכטער פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון דעם הייליגן רוזשינער. נאך דער פטירה פון זיין פאטער י"ט מנחם אב ה'תרמ"ז האבן די חסידים פון גאליציע געבעטען רבי יצחק מרדכי און זיין ברודער רבי חיים מוניא זאלן קומען קיין גאליציע און דארט גרינדן זייער הויף, זיין ברודער האט זיך באזעצט אין דראהביטש און רבי יצחק מרדכי האט זיך באזעצט אין גוואדזשיץ. ביי דער ערשטע וועלט קריג איז רבי יצחק מרדכי אנטלאפן קיין וויען, און איז דארט פארבליבן ביז זיין הסתלקות. בי יצחק מרדכי איז נפטר געווארן ג' תמוז ה'תר"ץ, און ער ליגט אין וויען. זיין רביצין מרת צפורה פייגא איז נפטר געווארן כ' חשוון ה'תש"ג. און זי ליגט אין הר הזיתים.

(וויקיפעדיע)

view all

Yitzchok Mordechai Shapira (Gvodzitz)'s Timeline