Rabbi Shmuel Zvi Horowitz, Admur Spinka-Williamsburg

Is your surname Horowitz?

Connect to 13,269 Horowitz profiles on Geni

Rabbi Shmuel Zvi Horowitz, Admur Spinka-Williamsburg's Geni Profile

Share your family tree and photos with the people you know and love

  • Build your family tree online
  • Share photos and videos
  • Smart Matching™ technology
  • Free!

Rabbi Shmuel Zvi Horowitz, Admur Spinka-Williamsburg

Hebrew: הרה''ק רבי שמואל צבי הורוביץ, מ'ספינקא
Also Known As: "אדמו"ר מספינקא"
Birthdate:
Birthplace: Spinka, Maramures, Romania
Death: August 30, 1997 (76)
Brooklyn, Kings County, NY, United States (כז אב)
Place of Burial: Deans, New Jersey
Immediate Family:

Son of R' Avraham Abbish Horowitz of Kraly and Hinda Sheindel Horowitz
Husband of Ester Rucheil Horowitz
Father of Private; Rabbi Issachar DovBerish Horowitz; Private; Private; Private and 8 others
Brother of Perl Weiss; Naftalie Horowitz; Yosef Meir Horowitz and Miriam Schmidman

Managed by: Private User
Last Updated:
view all 20

Immediate Family

About Rabbi Shmuel Zvi Horowitz, Admur Spinka-Williamsburg

Grand Rabbi Samuel Tzvi Horowitz - Spinka Rebbe of Williamsburg - affectionately known as "Reb Hershele Spinker", son of Rabbi Abish of Kruly

,

[%D7%91%D7%90%D6%B7%D7%90%D6%B7%D7%A8%D7%91%D7%A2%D7%98%D7%9F] זיין וויינעןגענומען פון "http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7%9E%D7%95%D7%90%D7%9C_%D7%A6%..."


About הרה''ק רבי שמואל צבי הורוביץ, מ'ספינקא (עברית)

הרה"ק רבי שמואל צבי הורוויץ זצ"ל איז געוועזן דער רבי פון ספינקא בעל מחבר ספה"ק תפארת צבי - תולדות צבי - טבא דשמואל - נחלת צבי אויף תהלים- און נאך (ספינקא, אונגארן - כ"ז אב ה'תשנ"ז וויליאמסבורג, ניו יארק). אדער מער באקאנט אלס ר' הערשעלע ספינקער וויאזוי מען האט אים גערופן בלשון חיבה.

ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג און געפירט זיין רעביסטיווע פון זיין בית המדרש אויף קיעפ סטריט, וואס איז געווען א ווענד פונקט פאר אידן פון אלע קרייזן ווי חסידים און ליטווישע צוגלייך, וואס זיי אלע האבן אין אים געטראפן א אויער וואס האט זיך צוגעהערט צו זייערע שאלות, צרות און פראבלעמען מיט הארץ און געפיל, און איז געווען דער פועל ישועות פונעם הייניטיגן דור,

געבוירן צו זיין פאטער רבי אברהם אביש הורוויץ הי"ד, וואס ער איז געווען רב אין קראלי און געווען אן איידעם ביים חקל יצחק ר' יצחק אייזיק ווייס, דער זון פון ראש אדמורות ספינקא, ר' יוסף מאיר ווייס דער בעל אמרי יוסף.

ער איז געווארן אויפגעצויגן ביי זיין זיידן דער חקל יצחק. טראץ דעם וואס זיין טאטע האט געליטן צרות פון די חסידים פון ר' יואל טייטלבוים אין קראלי צוליב די רבנות דארטן, איז ער זיך געגאנגען צום סאטמאר רבי זצוק"ל נאך די מלחמה און ניו יארק זיך מאכנדיג פארגעסן איבער די אלטע טינה. דער סאטמארער רבי ז"ל פלעגט אום אליין רופן קראלער רב בימי נעוריו, און האט אום ארויסגעוויזן גרויס חביבות עד כדי כך ער פלעגט אפילו הייסן זיך גיין איבערשמועסן מיט אים זאגנדיג ער איז א קלוגער ערליכער איד, דאס אלס צוליב דעם וואס ער איז געווארן אויפגעצויגן אין ספינקא ביים זיידן ווי מ'האט קיין מחלוקת נישט געפירט. ר' פישעלע הערשקאוויטש פון זיין זיידנס חסידים האבן זיך טאקע נישט אפגעלאזט דערפאר פון אים. ער האט איבערגעלזאט 5 זין און 7 טעכטער.

זיינע זין זענען:

ר' בעריש הורוויץ וואס האט איבערגענומען די מוסדות החינוך און דארטן געבויט זיין חסידות און געט אויך ארויס דעם טאטנס הייליגע ספרים על התורה מועדים, על הש"ס, הגדה ש"פ, זמירות לשבויו"ט .

ר' אביש הורוויץ

ר' אייזיק הורוויץ וואס האט זיך שפעטער געפענט אן אייגן חסידות

לתפארת בית אבותיו.

ר' נטע הורוויץ וואס האט די שול אין בארא פארק.

ר' נפתלי הורוויץ וואס האט געגרינדעט די פרעכטיגע חסידות, קראלי אין וויליאמסוברג מיט די בתי החינוך פאר אינגלעך און מיידלעך מיט גרויס דערפאלג.

זיינע איידעמער זענען אלע אויך גדולי תורה:

אדמו"ר מראדוויל שליט"א פון מאנסי וואס באשיינט שוין דארט די שטאט פולע יארן כולם שוין לטובה,

אב"ד ויזניץ שליט"א אין בארא פארק זון פון כ"ק אדמו"ר מויזניץ

שליט"א וואס פירט שוין די וויזשניצער קהילה און מוסדות און בארא פארק פילע יארן לתפארת,

הרה"צ ר' חיים יצחק טווערסקי שליט"א מלאיעוו טשערנאביל בן אדמו"ר מטשערנאביל זצ"ל, בית מדרשו איז און ברוקלין,

כ"ק אדמו"ר מ'דאמבראווא שליט"א פון בארא פארק

הרה"צ ר' יחיאל וואגשאל שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מלאנצוהט שליט"א, און רב פון ביהמ"ד תפארת משה בוויליאמסבורג שעל ידי תלמידי הגר"מ גרין שליט"א פון מאנסי,

הרה"צ ר' שלמה לויפער שליט"א רב דביהמ"ד מלבוש שמואל

ד'קראלי און מאנסי וראש ישיבה דנייטרא במאנסי

הרה"צ ר' דוד שלמה שטיין ראש הכולל בית אברהם ד'ספינקא ע"ש דעם רבינ'ס פאטער הרה"ק ר' אברהם אביש אבד"ק קראלי הי"ד און דער זון פון כ"ק אדמו"ר ר' מרדכי שטיין מפאלטיטשאן שליט"א.

ן ווינקעלע און וויליאמסבורג איז געווען א תל תלפיות ווי עס האבן זיך געקענט אדורך דרייען אין איין וואך הונדערטע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן: חסידישע, ליטווישע, ספרדישע, אמעריקאנער, מאדערנע, און אלע זענען ארויס צופרידן און רואיג שפירנדיג א געהאלפענער, ער האט געהאט אזעלטענער קלארן פארשטאנד און סיי וועלכע הינזיכט מען האט איהם געפרעגט.

זיין עבודה פון תשובה כסדר איז געווען א ציאונג קראפט, וואס האט זיך איבגעחזרט א יעדע וואך ביי שלוש סעודות אין די טונקל ווי ער האט איינגעריסן מיט יאמערליכע געוויינען און דער ריזן עולם זקנים עם נערים נשים ואנשים צוגלייך, פלעגן קומן צפארן מיט קארן, עס האט זיך געצויגן שעות נאכן זמן מוצשק, פון אלע געגענטער פון מעטראפליטן ניו יארק פלעגט זיך מיטרייסן מיט טרערן און זיך גוט אויסוויינען ביינאזאם הויך אויפן קול.

זיין צורה איז געווען זייער א שטארקע צוצואונגס קראפט מיט זיין צוצואונדיגע פרייליכע שמייכל ווען אימער א איד איז אריינגעקומען אין שטוב. אידען האבן געהויבן זייערע קינדער אינדערהייך ביי זיינע הייליגע הקפות שמח"ת צו זען די שיינענדיגע לעכטיגע צורה,אויך פלעגט ראש השנה ביינאכט שטיין אן עולם אידן מיט זייערע קינדערלעך אין די רייע זיך אנציווינטשען א גיט יאר וואס האט גענומען צו לאנגע שעות.

ער איז אוועקגעפאלן אינמיטן די תורה פרייטיג צונאכטס ביים טיש פון דביקות, ווען ער האט געהאלטן אינמיטן יאמערן איבער ארויפגיין צו די טאטעס אין הימל, פון א מאסיווע הארץ אטאקע, מען האט אים פרובירט צוריק ברענגען אבער אן הצלחה.

ער איז געווען באקאנט מיט זיין אייגענארטיגען דרך נישט נאכצולאזען פון די דרכי אבות הקדושים קיין ביסעל פון וואס מען האט זיך געפירט אין אונגארין. ער האט נישט געוואלט הערן פון קיין שום נייע זאכן.

רבי אברהם אביש הורביץ, חתנו של רבי יצחק אייזיק ווייס אבי הענף של משפחת ווייס, היה רב בעיירה קראלי שברומניה, ונספה בשואה. בנו רבי שמואל צבי, אדמו"ר בוויליאמסבורג שבארה"ב. נודע בעיקר בשם כינוי שלו ר' הערשעלע ספינקער. השאיר כמה ילדים, וכולם מנהלים חסידות בברוקלין שבארה"ב:

ר' דוב, מכונה בשם אדמו"ר בית שמואל צבי

בנו רבי יוסף מאיר.

רבי אביש, מכונה בשם אדמו"ר מ"בית יצחק"

רבי אייזיק, מכונה בשם אדמו"ר מתולדות צבי.

רבי נטע, מכונה בשם אדמו"ר מ"בית אברהם".

רבי נפתלי, מכונה בשם אדמו"ר מ"קראלי".

view all 17

Rabbi Shmuel Zvi Horowitz, Admur Spinka-Williamsburg's Timeline

1921
July 15, 1921
Spinka, Maramures, Romania
1948
January 17, 1948
D.P. Camp, Germany
1997
August 30, 1997
Age 76
Brooklyn, Kings County, NY, United States